In Pursuit of the Pathway
דער וועג איז דאָס ציל

By Gerald Rosenberg, Tel Aviv, Israel
Essays 2017

MyLife Essay Contest 2017

דער פראָבלעם

 

אין אלע צייטן, אָבער ספעציעל אין אונזער דור האָט דער מענטש געשטרעבט נאָך הצלחה סיי אין מאטעריעלע, גשמיותדיקע, סיי אין גייסטיק, רוחניותדיקע ענינים.

וואָס אָבער טוט מען אויב אפילו מיט די גרעסטע כוחות און האָרעוואניע קומט מען נישט צו צו דער אויסגעבענקטער הצלחה? מען מוז זיך א פרעג טון: איז די גאנצע מוטשעניש געווען פאר גאָרנישט?

איין מעגלעכער ענטפער

איין מעגלעכער ענטפער אויף די פראגע קען מען ( אפשר ) טרעפן אויב מען וועט באטראכטן און אנאליזירן  דאָס לעבן און ליטערארישע ווערק אויפן געביט פון תורה און חסידות פון רבי שניאור זלמן פון ליאדי, דער אזוי גערופענער ” אלטער רבי ”, דער באגרינדער פון דער חב”ד חסידישער באוועגונג מיט איר אייגנארטיקן קוק אויף די וועלט און אירע פראָבלעמען.

מסתמא איז נישטאָ  קיין איין היימישע שטוב, בית המדרש אָדאר – להבדיל – ביבליאָטעק וווּ מען וועט נישט טרעפן דעם ספר לקוטי אמרים – תניא, דאָס וויכטיקסטע ספר וואָס דער אלטער רבי האט איבערגעלאָזט און וווּ ער צייכנט אָן א וועג פאר יעדער איינעם ווי אזוי צוצוקומען צו זיין תכלית אין לעבן.

ס’איז זיכער נישט איבערגעטריבן פעסטצושטעלן אז דער תניא איז היינט צו טאָג דאָס מייסטגעדרוקטע חסידישע ספר. אָבער האָט דער בעל התניא אויסגעפירט זיין כוונה מיט דעם ספר און מצליח געווען אריינצוקריצן זיין שיטה און זיין גאנג ביי מענטשן?

הינטערגרונט

כדי צו קענען געבן איין ענטפער דעראויף און אויף די פראגע פונעם אריינפיר מוז מען צומערשט באלייכטן דעם הינטערגרונט פון לעבן און שאפן פונעם בעל התניא און זיין עלעמענטארן ספר.

עס איז פאראן א מסורה צווישן חב”ד חסידים אז דער אלטער רבי האָט געארבעט און געהאָרעוועט אויף אנצושרייבן דעם תניא העכער פון צוואָנציק יאָר און מדייק געווען נישט נאָר אויף יעדן וואָרט נאָר אויכעט אויף יעדן אות און תג.

ס’איז אן איינגעפירטער כלל אז דער מחבר פון א ספר דארף מרמז זיין אינעם שער בלאט פון זיין חיבור סיי זיין נאָמען אָדער סיי דעם אינהאלט פון זיין ספר.

לאָמיר געבן א קוק אויף דעם שער בלאט פונעם תניא

דער תניא

דער שער בלאט פונעם תניא הייבט זיך אָן אזוי :

ספר לקוטי אמרים – איין ספר פון געזאמעלטע רייד

חלק ראשון – דער ערשטער טייל

הנקרא בשם ספר של בינונים – וואָס וועט אָנגערופן מיטן נאָמען דאָס ספר פון די מיטעלמעסיקע (בינונים) . צום סוף שטייט נאָך אז אין דעם ספר וועט אויסגעפירט וויאזוי מען קען צוקומען צו די מדריגה פון א בינוני דורך אהאבה ( ליבשאפט ) און יראה ( מורא האָבן פאר דעם באשעפער ) בדרך ארוכה וקצרה – אין א לאנגן און קורצן וועג.

כדי ארויסצוברענגען די נקודה פון דעם עסיי פאָדערט זיך נישט אויסצורעכענען די פרטים פון דעם ” לאנגן און קורצן וועג ”. אָבער עס פאָדערט זיך יאָ – צום וויניקסטן – אויסצורעכענען אין וואָס באשטייט א בינוני און וועמענעם קען מען אָנרופן א בינוני לויט דעם לשון פונעם בעל התניא אליין.

דער בינוני

אין די פרקים י”ד און ווייטער וועט באצייכענט דער אלץ א בינוני וואָס

  • איז נישט עובר אויף ביטול תורה
  • קלייבט שטענדיק אויס נאָר דאָס גוטס
  • שטרעבט שטענדיק צוצוקומען צו א העכערע גייסטיקע מדריגה
  • פירט זיך מיט חסד און ליבשאפט מיט א צווייטן
  • יאָגט אוועק שנאה און כעס פון זיין הארץ
  • טוט קיינמאָל נישט קיין עבירות און פאָלגט נישט דעם יצר הרע

דאָס אלץ איז מער נישט ווי איין קליין שטיקל פונעם גאנצן בילד פון א בינוני ! איין קלייניקקייט…

דער בינוני אין טעאָריע און אין פראקטישן לעבן

איך געדענק אין מיינע בחורישע יאָרן פלעגט מען צווישן חסידים שעפטשען און אָנווייזן אויף צוויי דריי אידן, וואָס מען האָט געהאלטן אז זיי זיינען צוגעקומען צו די מדריגה פון א בינוני. היינט צו טאָג ווייס איך שוין נישט…

יעצט וואָלט מען געקענט פרעגן: פאר א קומץ געציילטע אידן האָט זיך געלוינט דעם אלטן רבין צו האָרעווען העכער פון צוואָנציק יאָר און זיך איינשטעלן דאָס לעבן אין טורמע מיטן אָנשרייבן דדעם ספר התניא?

דער ענטפער

דעם ענטפער דערויף און אויף אלע פראגעס אין דעם עסיי קען מען געפינען אינעם פריער דערמאנטן שער בלאט פונעם תניא:

צו גיין אויף דעם לאנגן און קורצן וועג דארף דאָס ציל פון א מענטשן אין זיין לעבן. אויב ער וועט סוף כל סוף מצליח זיין און דערגרייכן זיין ציל, איז אינגאנצן איבערגעגעבן אין זיינע הענט. ווי לאנג נאָר ער גייט אין דעם אָנגעצייכנעטן וועג פונעם בעל התניא גייט ער שוין אינעם וועג פון הצלחה אין רוחניות. און אזוי איז אוודאי אויכעט אין גשמיות. מען דארף נישט קוקן אויף די פאקטישע הצלחהת. ווייל

דער וועג איז דאָס ציל.