True Self-Development

by Dovid Lichtenstadter
Essays 2015

MyLife Essay Contest

דער פריערדיגע רבי זי”ע זאגט אין א שיחה, געדריקט אין לקו”ד ח”א דף נו. , אז עס איז א דבר פשוט אז חסידות איז א ‘חכמה אלקית’ וויבאלד עס איז א חלק פון תורה – ‘פנימיות התורה’. צוצופאסן דער חכמה אלקית צו העלפן און בעז”ה צו היילן נפשות ישראל איז די פאסיגע צוגאנג, ווי דער רמב”ם שרייבט אין הל’ ע”ז פי”א הי”ב אז דער תורה איז א רפואה לנפש שנאמר ויהיו חיים לנפשך. אויב איז דאס געזאגט געווארן אויף די תורה בכללה, איז דאס באזונדער געזאגט געווארן אויף תורת החסידות, וואס פון אירע הויפט צילן איז צו אנטפלעקן דער נפש בישראל. אזוי ווי מען זעהט אז ווען דער אלטער רבי האט אפגעשריבן תורה שבכתב פון חסידות – דער ספר התניא, האט ער אוועקגעשטעלט די ערשטע טייל אויף מגלה זיין און מפרש זיין בפרטיות, וואס דאס איז און וואו אזוי עס טוט פונקציאנירן דער נפש פון א איד.

עס וואלט געווען ריכטיג אויב מען וואלט געקענט צוטרעפן א יסוד אין חסידות וואס לערנט אונז א געדאנקן גאנג וואס זאל דינען אלס אן הקדמה וואו אזוי צוצוגיין ווען מען באהאנדעלט שוועריקייטן אין אלגעמיין, וואס מענטשן גייען אריבער.

דאס וואס איך וועל בעז”ה באשרייבן איז א יסוד היסודות אין חסידות, איך ווייס נישט צו עס איז אפילו ריכטיג צוצוצייכענען מראי מקומות ווייל אויף יעדען שטיקל חסידות קען מען אנווייזן אז דאס איז וואס עס קומט אונז צו לערנען. אבער דאך אז מען וויל דווקא אנטייטלן אויף אן ענין אין ספרי חסידות איז דאס ‘ביטול’ און ‘קבלת עול’, וואס פיל מענטשן גרייזן אין דעם און פארגעסן אז די ריכטיגע טיטל פון דעם סוגיא איז ‘קבלת עול “מלכות שמים”‘, און דאס טאקע איז די טעמע וואס איך וויל באשרייבן. דאס איז כדאי, וויבאלד עס איז דאך ראשית העבודה ועיקרה ושרשה וואס ברויך זיין לזכרון תמיד.

מיט דעם וויל איך אדרעסירן ענין הנפש בכללה, אויף א ברייטן פארנעם, כולל צו זיין פון קלייניקייטן ביז גאר קאמפלאצירטע שטרויכלונגען וואס פארשידענע טוען זיך מיט דעם מיטשען. אויף דעם ארויף קלויב איך זיך צו באציען צום ענין פון ‘רגילות רעות’, וואס אין דעם איז אריין גערעכנט פון אזעלכע נארישקייטן ווי בייסן די נעגל ביז ערנסטע זאכן ווי עצבות און ערך עצמי וכו’. די ענין איז וויכטיג, אזוי ווי דער פריערדיגע רבי שמועסט אין דער אויבן דערמאנטע שיחה, וואס דער רבי ברענגט בתחלת השיחה ענינה של תורת החסידות, אז דער גאנצע ענין החסידות איז צו משנה זיין טבעי’ מדותיו.

“משנה זיין רגילות רעות”, נו, לא’מיר זיך קערן צו דער פרק אין תניא וואס אדרעסירט דאס דירעקט, וואס דאס איז פרק ט”ו.

אט איז די פאסירונג:

ר’ זונדל – א דערהויבענע איד, א ירא שמים מדקדק בקלה כחמורה און צוגאב צו דעם איז ער א גרויסער תלמוד חכם. ר’ זונדל איז נישט קיין אויסנאם אין זיין שטעטל – וואס געפינט זיך נישט ווייט פון די שטאט וויטעפסק- ער געפינט זיך זיך צווישן אנדערע אזוי ווי אים, אידן יראים ושלמים וואס זיצן על התורה ועל העבודה בייטאג און ביינאכט. אבער ר’ זונדל אליין פילט זיך איינזאם און צובראכן אלע זיינע פריינט שפירן זיך גליקליך און צופרידן פון זייער אידישקייט, אבער ער פילט ווי עפעס פעלט אים, זיין הארץ איז אפען און ער פילט אז עס איז דא עפעס מער צו זיין לעבן און צו א אידיש לעבן, ווי דאס וואס ער מיט זיינע חברים טוען זיך פארנעמען מיט.

איין טאג הערט ר’ זונדל קלאנגען אז נישט ווייט פון זייער געגנט, טוען זיך געפונען א גרופע אידן וואס האלטן זיך צוזאמען מיט זייערס א מנהיג – וואס וואינט אין די שטאט ליאזנא, וואס זיי ספעציעלירן זיך אין עפעס אן עבודת ה’ וואס מען טוט נישט געפונען אין קיין שום אנדער פלאץ. גענוי וואס די דאזיגע גרופע באדייט, האט ר’ זונדל נישט פונקט פארשטאנען, אבער איין זאך האט ער געוואוסט, אז עס ציהט אים עפעס מורא’דיג זיך צו טרעפן מיט די דאזיגע לייט, עפעס האבן זיי אים צו לערנען.

ויהי היום און ר’ זונדל פאקט איין א זעקל, טלית און תפילין מיט אביסל צדה לדרך און אפאר ספרים און ער לאזט זיך אין וועג אריין צופיס קיין ליאזנא. נאכן וואנדערן עטליכע שווערע טעג פון איין דארף צום צווייטן איז ער ענדליך אנגעקומען אין שטאט אריין איין פריער פארטאגס.

עס איז צוויי אזייגער פארטאג, אינדרויסן איז טינקל און שטיל, עס דרייעט זיך קיינער אין די גאסן. ר’ זונדל האט נישט יעצט קיין אינטערעס זיך צו טרעפן אן אכסניא זיך אויסצורוען פון דעם לאנגען שווערן וועג , ער אי ז דאך דא פאר א סיבה. מיט איי ן אטעם שפרייזט ער באלד צו צו די שטיבל פון די חסידים, אפשר טוט זיך שוין איינער דארט געפינען אין די פריער שעה, מיט וועם ער קען זיך טרעפן און באקענען.

ער עפנט אויף די טיהר, ער גלייבט נישט די מראה וואס ער זעהט, די שוהל איז פוהל, דער עולם האלט שוין טיעף אריין אין זייער טעגליכע עבודה. טייל רעכטן נאך אפ חצות און טייל לערנען שוין פלייסיג גרייטנדיג זיך אויף תפלת שחרית. אין א ווינקל באמערקט ער איינער שטייט און דאווענט, יענער האט גאר נאכנישט פארענדיגט תפלת ערבית. אין פאדער-צימער זיצט אן אלטן איד איינגעבויגן איבער א זעקל מיט געלט, זלאטעס און קאפיקעס, ווא ס ער הא ט געזאמלט ד י פריערדיגע טאג, און מאכט גרייט אויף אויסצוטיילן פאר פארשידענע נצרכים אין שטאט. ר’ זונדל שטייט פארגאפט, אזוינס האט ער נאכנישט בייגעוואינט, עס הערשט אזא לעכטיגקייט אין שטוב, די אויר איז מלא שמחה וחדוה.

ער גייט צו צו איינער פון די חבריא און הייבט אן צו רעדן אין לערנען און אין עניני עבודה, ער ווערט מלא התפעלות און קען נישט אויפהערן צו טרינקען מיט דארשט די טייערע רייד וואס מען זאגט נאך פון זייער רבי’ן. אזוי דרייעט ער זיך פון איינעם צום צווייטן און זאפט זיך אן פול מיט תורה ועבודה. אזוי זענען אדורך עטליכע שטונדען וואס ער האט פארבראכט מיט די בני החבורה בתורה ותפלה.

ר’ זונדל פילט זיך זייער גליקליך, ענדליך האט זיין הארץ געפיעלט אז ב”ה ער האט טאקע געפינען ד א ווא ס ע ר הא ט אזו י פי ל יא ר געזוכט . יעצ ט שטיי ט ע ר אינמיט ן שוה ל מי ט א ברייט ן שמייכל אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט, און ער קלערט שוין פון זיך קלייבן זיך צו לאזן אין וועג אריין צוריק אהיים.

פלוצלינג פיהלט ער ווי איינער טאפט אים אויף זיין אקסעל, ער דרייעט זיך אויס און אט שטייט אינפארנט פון אים אן אלטער מאן מיט גאר א ג-טליך געשטאלט. דער אלטער גיבט אים שלום און שטעלט אים באלד א פראגע, ”ר’ זונדל, דו האסט געוויס צוגעקוקט צו די הנהגה פון די אידן דא אין שוהל, וואו אזוי וואלסטו באטיטלט די דאזיגע אידן ?” וואונדערט זיך ר’ זונדל צו דעם אלטן “די אידן לייגן דאך אראפ אזוין עבודה, וואס איך האב נישט צוגעזעהן אין קיין שום אנדער ארט, זיי זענען געוויס ריכטיגע עובדי ה’ !”

“עובדי ה’ ?” פרעגט אים דער אלטער, “וואס עפעס עובדי ה’ ?, טאקע וואוילע אידן, וואס פירן זיך כדת וכדין, אבער עובדי ה’ ? לאו דווקא !”

איידער ר’ זונדעל קען ארויסזאגן א ווארט פון גרויס וואונדער, רופט זיך אן דער אלטער “דריי זיך ביטע אויס צום טיהר און גיב א קוק, עס שפאצירט יעצט אריין א איד, א בעל בית’טישע, מיט פארקלעבטע אויגן, זיין טלית בייטל איינגעקוועטשט אונטער זיין ארעם, אט דער – זאלסטו וויסן – איז א ריכטיגע עובד ה’ !”

ר’ זונדל פלאצט אויס אין א געלעכטער, געוויס טרייבט דער אלטער שפאס. אבער קוקנדיג אויף אים, זעהט ער א מורא’דיגע ערענסקייט אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט. רופט זיך אן ר’ זונדל, “עס דאכט זיך מיר אז איר ווילט מיר דא עפעס לערנען וואס איך בין מיט דעם ענין נישט באקאנט, נו, לא’מיר זיך פונאנדער זעצן און זייט מיר דאס מסביר מיט ישוב הדעת.”

זיי זעצן זיך, און דער אלטער הייבט אן רעדן מיט א גלאסענער טאהן, “אנו רצין והם רצין, אונז לעב מיר און זיי לעבן, וואס איז די אונטערשייד צווישן אונז ? גוטע מענטשן – זענען פארהאנען אומעטום, הייליגער מענטשן – קענען זיך אויך געפונען אומעטום. נא ? וואס טיילט אונז פונאנדער פון יעדן ? נאר וואס דען, אונז קענען באווייזן עפעס וואס קיינער אנדערש קען נישט באווייזן, און דאס איז צו זיין ‘ג- טליכע לייט’. און די צווישן שייד פון די ביידע איז ברייטער און טיפער וואו די צווישנשייד צווישן הימל און ערד.”

עפעס אותיות הערט דא ר’ זונדל וואס ער קען טאפן אז דאס גייט טוישן זיין לעבן אויף אייביג.

דער אלטער זעצט פאר זיינע זיסע רייד, “מענטשן פון אלע מינים ווילן זיין גוט און טוען גוטס, מען העלפט אנדערע און מען טוט וואס מען קען צו פארגרינגערן פאר די מיטגעמאכטע. אבער דאס איז נישט די גאנצע מעשה, מען דארף נעמען אין אכט וואס עס טוט זיך אין הארץ און אין געדאנק. לא’מיר זאגן אז דער וואס העלפט ארויס זיין פריינט טוט דאס מיט דער געדאנק אז ער אליין זאל געדענקט ווערן אלס א גוטער מאן. צו דען איז דאס ריכטיגער גוטס? ער האט דאך גארנישט אינזין געהאט זיין פריינט? אפשר רופען דאס מענטשן גוט, ווייל אין ענדע איז ארויס א גוטע זאך. אבער ריכטיגע גוטס איז דאס נישט. די זעלבע וועט זיין אפילו אויב האט ער יא אינזינען די גוטס פון זיין פריינט, אבער ער טוט דאס ווייל ער אליין האט מחליט געווען אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן. דאס איז שוין פיל בעסער פון די פריערדיגע, אבער אויך נישט אינגאנצן גוט. ווייל וואו וועט זיין אויב ער איז מחליט אז די ריכטיגע זאך צו טוהן איז עפעס וואס איז שלעכט פאר א צווייטן, נו, איז דאס גוט אדער שלעכט ?”

”אויב אזוי, וואס’זע דען איז ריכטיגע גוטס? ריכטיג גוטס קען נאר טוען איינער וואס איז ג-טליך! וואס איז דאס ג-טליך? דאס איז א אידן וואס קלערט אריין און שפירט אז דער ‘בעל כרכך אתה חי’. זיין גאנצע אנוועזנהייט און אלעס ארום איז צושטאנד געקומען אן דעם וואס מען זאל זיך מיט אים בכלל באראטן. נאר דאס האט אלעס באשאפן און צוזאם געשטעלט דער בורא כל עולמים! און אז ער האט דאס אלס געשאפן, איז זיכער אז ער דארף עפעס פון מיר. נו , און וואס איז דאס וואס ער דארף? גיט ער א קוק אין תורה, ווי דער באשעפער האט אנטפלעקט זיין ווילן, און ער גייט לערנען ביי צדיקים וואס דער באשעפער האט געשיקט אים צו ווייזן וואו אזוי צו קוקען אין תורה און וואו אזוי דאס אפצולערנען. און מיט אזא צוגאנג ווייסט ער וואס איז ריכטיג צו טוהן , ער פאר זיך האט נישט קיי ן דעה, אט דאן קען א מענטש, א קרוץ מחומר טוען ריכטיגע גוטס, און קיין שום שלעכטס קען נישט פון דעם ארויסקומען.”

ר’ זונדל נעמט א טיפער אטעם, און דער אלטער איז ממשיך ווייטער. “יעצט טייערע זונדל, לא’מיר צוריק גיין צו אונזער נושא פון עובדי ה’. אט אזוי ווי אונז שמועס מיר לגבי גוטס, לא’מיר ווייטער ציען אין דעם זעלבן גאנג לגבי עבודה. אן עבד איז אזוי ווי די ווארט אליין באדייט, איינער וואס טוט דינען. דאס טייטש – אז עס איז פארהאן איינער וואס דארף עפעס און א צווייטער ערפילט זיינע געברויכן – דער צווייטער קען באטיטלט ווערן אן עבד. אבער ווייטער, דאס איז אלעס נאר אויב ער טוט דאס פאר יענעם, אויב אבער ער האט גארנישט אינזין יענעם, ער האט נישט קיין שום געפיעל צו יענעם – נישט קיין אינטערשייד וואס די אורזאך צו דעם איז, דאן וואס פאר אן עבד איז דאס? ער דינט דאך גארנישט יענעם. איז לגבי עובדי ה’ – אז מען זעהט איינער וואס פירט זיך אויף ריכטיג, ער ערפילט אלעס וואס די תורה פארלאנגט, קען מען אים שוין באטיטלן אן עבד ה’? ניין, ווייל ווער זאגט אז ער טוט דאס מיט הארץ און געפיעל פאר ה’ אחד, קען גאר זיין אז ער איז נאטירלי ך א גוטע או ן ער טוט אזו י וו י עס ציעט אים פון געבורט, דער אדון וואס ער דינט קומט ניטאמאל אריין אין זיין געדאנק בשעת ער פארנעמט זיך מיט די עבודה………”

ר’ זונדל כאפט זיך אויף פון ארט, און רופט זיך אן מיט עקסטאז, “אה! דאס האט איר געמיינט ווען איר האט דערקלערט א בעל הבית’טישע פארשלאפענע איד אן עובד איבער די הייליגע חבריא, ווייל די דאזיגע הייליגע אידן זענען אוודאי געוויס גאר דערהויבן און זיי פירן אן א ריינע לויטערן לעבנס שטייגער, אבער עס קען גאר זיין אז זיי זענען אזוי פון נאטור אויס גוטעטשקעס. אבער דער בעל בית ער איז דאך א פראסטער און באקוועמען פון נאטור, ער קומט טאקע שפעט אין שוהל און דאווענט גיך אפ, אבער פארוואס שלעפט ער זיך און שוהל אריין יעדן טאג?, פון זיינעט וועגן וואלט ער באדארף צו פארבלייבן אין שטוב און פארבייסן א גוטן פרישטאג. נאר וואס דען, אוודאי געוויס יעדן צופרי דערמאנט ער זיך אז ג-ט ב”ה וויל ער זאל צו אים קומען דאווענען, און ס’ערוועקט ביי אים א ליבשאפט און דאס שאפט ביי אים ער זאל כאטש עפעס קומען אין שוהל, איז ער דאך געוויס דער בעסטער עבד!”

דער אלטער קוקט אים אן מיט א ווארעמער שמייכעל, ווי צו זאגן ‘אט אזוי, דאס האב איך טאקע געמיינט!’

ר’ זונדל רישט זיך צו גיין, אבער דער אלטער כאפט אים אן ביים האנט און ווייזט אים אז ער וויל נאך עפעס צולייגן. “הער מיין טייערע, יעצט פארשטייסטו טאקע די געוואלדיגע חשיבות פון דעם בעל הבית, ווייל ער טוט ערפילן זיין ארבעט אויף די וועלט, ווייל נישט קיין אונטערשייד אין וואס פאר א מצב א איד איז, איז ער דא צו דינען ה’ דורך ווערן ג-טליך, וואס דאס פאסירט ווען א מענטש גייט ארויס פון זיך, ער געבט אויף וואס ער וויל פאר די געברויך פון דער אייבערשטער. אבער וויסן זאלסטו אז ס’וועט קומען א צייט וואס דער בעל בית וועט זיך צוגעוואוינען צו קומען אין שוהל יעדן טאג, עס וועט ביי אים ווערן נאטירליך פון געוואינהייט און ער וועט מער נישט פילן דאס געפיעל צום אייבערשטן אזוי ווי היינט. וואס וועט דעמאלט זיין? ער וועט מער נישט קענען ווערן אנגערופען עבד ה’, ווייל דאס וואס ער קומט אין שוהל – דאס איז שוין צוריק אים, ער גייט שוין נישט ארויס פון זיך צו דינען דער אדון כל. יעצט וועט דער בעל הבית דארפן גיין א טריט ווייטער, אפילו א קליינ’טשיגע טריט ווי למשל זיך אויפכאפן אינדערפרי א האלבע שטונדע פריער אז ער זאל קענען בעסער זיך גרייטן צום דאווענען, און אויפגעבן די ביסל שלאף מתוך די ליעבשאפט וואס ער ערוועקט אין זיין הארצן צו דעם גרויסן בורא וואס שעפט נחת רוח פון די ארבעט פון אזא נארישן פויער ווי אים. און דו ווייסט זונדל’ן וואס אזא לעבנס שטייגער טוט צו א מענטשן? עס היילט אים אויס פון אלע זיינע שוועריקייטן, ווייל וואס א טריט ווייטער, גייט ער אלס מער ארויס פון זיך, און אלס פילט ער די ריכטיקייט פון די גאנצע וועלט, אז אלס ווערט געפירט און אלס ווערט געשאפן פון בורא כל עולמים, און אויב אזוי – צוביסליך צוביסליך, טאקע נאך שווערע האראוואניע און פלאג מיט פיל פיל געדולד וועט ער פטור ווערן פון זיינע שלעכטע נאטורן און פון יעדער מין פחד און אנדערע אומבאקוועמע געפילן.”

דער אלטער צושמייכלט זיך און לייגט צו, “דער השקפה, היילט טאקע פון אלעם, אבער דאס איז נאר אויב מען לעבט אויף א ריינעם וועג, מען מיינט עס לשם ה’, ווייל אויב מען לעבט אזוי נאר כדי זיך צו היילן, דאן איז מען דאך ווייטער פארכאפט אין זיך, נו, וואס פאר א תועלת קען שוין פון דעם זיין? און צוליב דעם איז די עבודה זייער קאמפלאצירט, און מען דארף צו דעם האבן א רבי וואס ער ווייזט די וועג, און אויך פארברענגען מיט גוטע אידן – צוזאמען צו ארבעטן אויף זיך, און איבער אלעם דאווענען און בעטן ביים אייבערשטן ער זאל ווייזן די וועג פאר דעם מענטש, וואס ער טוט פארלאנגען פון אים אויף די וועלט. ווייל אויב ערפילט מען נישט זיין רצון, דאן וואס פאר א לעבן איז דאס? אבער דאך דארף א מענטש וויסן אז מען קען נישט כאפן קיין מדרגות , ער דארף אנהייבן זיין עבודה דארט ווי ער האלט , און גיין שטאפלווייז, און כאטשיק ער מיינט עס נאכנישט מיטן גאנצן אמת, אבער דאך גייט ער אין ריכטיגן ריכטונג, און בעז”ה וועט מקויים ווערן ביי אים דאס וואס חז”ל זאגן אונז אז מתוך שלא לשמה בא לשמה!”

א טיפע קרעכץ הערט זיך ארויס פון ר’ זונדל’ן, דער אלטער נעמט אים ארום און ערקלערט, “עס איז טאקע שווער און נישט לייכט, אבער לא’מיר וויסן זיין, אז דאס איז פאר איד איז דאס געזונסטע וועג פון לעבן, ווייל דאס איז די נאטורליכקייט פון זיין נשמה, וואס זיין ריכטיגע מציאות איז צו זיין איינס מיט’ן אייבערשטן, און נישט צו פינקצואנירן ווי א באזונדערע זאך!”

ר’ זודל שפריגט אויף, ער קען זיך מער נישט איינהאלטן, און ער דערקלערט, “אלע האראוואניע און דאס גאנצע מיטשעניש וואס עס איז מיר אנגעקומען צו קומען דא אהער, האט זיך אלעס אויסגעצאלט, בלויז מיט דער שמועס!, וויסן זאלט איר אז ביי מיר אין שטאט זיצן מיר חברים שוין יארן על התורה, אבער גאר ווייניג ווייסן מיר וועגן דעם נותן התורה ב”ה, און מיר באנעמען זיך גאר ערנסט מיט מצוות און מעשים טובים , אבער גאר ווייניג טראכטן מיר וועגן דער מצווה פון די דאזיגע געבאטן, בעז”ה ווען איך קער זיך צוריק אהיים וועל איך לערנען מיט מיינע גוטע פריינט אט די השקפת החיים…….”

“איך פארשטיי אז דו ביסט יעצט זייער אויפגעלייגט” זאגט אים דער אלטער “אבער דו דארפסט זיין גרייט, אז ווען דו וועסט אהיים קומען וועלן מענטשן דיר אוועק מאכן, מיט פארשידענע ערליי אויסריידן, ווי למשל, ‘דאס אלעס איז פארצייטישע אידיעלאגיעס, היינטיגע צייטן האט מען שוין ערפינדן קלוגערע וועגן וואו אזוי צו לעבן א גליקליך און צופרידן לעבן’ און זיי וועלן דיר אפשר אפילו צוצייכענען צו פארשידענע פארשונגען וואס מען האט אדורך געפירט אויף דעם געביעט. אדער וועלן זיי טענה’ן אז ‘דער וועג פון לעבן איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל עס ערקלערט אז א מענטש דארף אויפגעבן אויף זיינע רצונות, און דאס איז א סכנה פאר א מענטש, ווייל א מעטש דארף זיך אננעמען פאר זיינע אייגענע רעכטן’, און צו דעם וועלן זיי ברענגען כל מיני ראיות אפילו פון תורה גאר, וואס זיי וועלן בודה זיין מלבם. אויף דעם אלעם זאג איך דיר קלאר, אז תורה, איז תורת חיים און דאס בלייבט דער אמת אויף אייביג, און גארנישט און דער וועלט קען דאס אפשוואכן. און לגבי די פארשונגען קען זיין אז דאס איז ריכטיג אויף א גוי, ווייל ער בלייבט אלעמאל זיך אליין, ער קען נישט דערגרייכן צו דעם וואס א איד קען, ממילא איז ער גענצליך אן אנדער מציאות און ח”ו אז א איד זאל פרובירן צו לעבן מיט א נישט אידישן לעבנס אויסזיכט. און נאך איינמאל וויל איך דיר אנזאגן אז צו דעם זאלסטו זיך טרעפן א רבי און גוטע פריינט, כדאי די דאזיגע דרך התורה זאל טאקע זיין פאר דיר א סם חיים און נישט חס ושלום די פארקערטע! און אט נאדער דיר א ביכעלע חסידות וואס דו זאלסט אין דעם לערנען און חזר’ן, אין איבער אלעם זאלסטו דאס לעבן”

ר’ זונדל האט זיך הערצליך באדאנקט, און די צוויי האבן זיך ווארעם געזעגנט……….

איך מיין עס איז איבעריג צוצולייגן צו די ווערטער פון אלטן רבי, וואס ער איז אונזער וועג ווייזער למצוא מרגוע לנפשינו ועצה נכונה לכל דבר הקשה עלינו בעבודת ה’ ונכון יהיה לבנו בטוח בה’ הגומר בעדינו.

איך וויל נאר צוענדיגן מיט די לשון פון די רבי אין א שיחה, וואס מ’האט לעצטענס מפרסם געווען, פון י”ב תמוז שנת תשל”ז, ווי דער רבי רעדט אין אן אנדערן נושא, אבער די ווערטער וואס ער זאגט דארט זענען זעהר פאסיג דא אהער. וזל”ק, “מען זאל אויפהערן מאכן אלע ערליי נסיונות אויף גופי ישראל און אויף נשמות ישראל און אויף עם ישראל און תורת ישראל וארץ ישראל. וועט דעמאלט זיין א געזונטער פאלק און א געזונטער לאנד, ווארום מ’וועט זיך האלטן אין א געזונטער תורה – די תורה בשלמותה. און מ’וועט גיין געזונטערהייט, מיט בריאת הגוף, ווארום מ’וועט זיין צוזאמען מיט בריאת הנפש, ובשמחה וטוב לבב לקבל פני משיח צדקינו”. אמן