The Potency of Imperfection

By Mordy Cadaner, Queens, NY
Essays 2016

MyLife Essay Contest 2016

 

די באשרייבן איז אויסן צו העלפן איינער מיט אנערקענען די טייערקייט פון זיין ארבעט, כאטש ער נאטירליך פילט ליידיג ווען ער זעט נישט קיין תועלת פון זיין ארבעט.
דער הסבר איז געבויט אויף ענין עבודת הבינוני, ווי דער אלטער רבי ערקלערט איר בארוכה אין תניא בכלל און בפרט אין פרק ל”ה.

אין פרק י”ז תניא זאגט דער אלטער רבי: עס שטייט אין פסוק ”כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו”, אז עס איז נאנט צו דיר אין דיין מויל און אין דיין הארץ צו דאס טאן, ד.ה. די עבודה וואס איז געטאן דורך דיין מויל און דיין הארץ – אהבה און יראה איז זייער גרינג צו דורכפירן. אויף דעם פרעגט דער אלטער רבי: ווי קען מען זאגן אז עס איז אזוי גרינג צו האבן אהבה און יראה אויב דאס איז נישט אונזער טבע? אונזער טבע איז צו ליב האבן תאוות עולם הזה, אבער צו בייטן זיין הארץ פון ליב האבן תאוות עולם הזה צו אהבה און יראה צו דעם אויבערשטן דאס איז גרינג? דאס איז דאך היפך טבעו?
אויף דעם ענטפערט דער אלטער רבי, אז די אהבה און יראה וואס עס רעדט זיך וועגן אין די פסוק איז “לעשותו” ד.ה. אן אהבה און יראה וואס בריינגט צו קיום המצוות וואס די אהבה ויראה האט יעדער איד בירושה מאבותינו אבער עס איז באהאלטן און דורך התבוננות איז מען דאס מגלה.
פון פרק י”ז ביז פרק ל”ה איז דער אלטער רבי מבאר די אלע שוועריקייטן וואס קענען שטערן אין עבודת ה’.
אין פרק ל”ה הויבט אהן דער אלטער רבי וזלה”ק: ”לתוס’ ביאור תיבת לעשותו”,
דאס מיינט, עס שטייט אין פסוק ”בפיך ובלבבך לעשותו” פון דעם קומט אויס אז די תכלית פון די גאנצע עבודה איז נאר צו בריינגען צו מעשה בפועל.
און פון דא ביז פרק ל”ח איז דער אלטער רבי מבאר די מעלה פון מצוות מעשיות – דירה בתחתונים.
די אלטער רבי איז ממשיך מיט א שאלה, וזלה”ק: ”וגם להבין מעט מזעיר תכלית בריאת הבינונים וירידת נשמותיהם לעוה”ז להתלבש בנפש הבהמית שמהקליפה וס”א מאחר שלא יוכלו לשלחה כל ימיהם… וא”כ למה זה ירדו נשמותיהם למטב ליגע לריק ח”ו להלחם עם היצר ולא יכלו לו”.
די שאלה פון דער אלטער רבי איז, וואס איז דער תכלית אין דעם אראפקומען פון די נשמה פון דער בינוני, אויב עס איז נתלבש אין קליפה, און אפי’ נאך זיין עבודה קען ער די קליפה נישט אוועקטרייבן, איז פארוואס איז זיין נשמה ארפגעקומען צו ארבעטן לריק?
בכדי צו ענטפרן די שאלה איז דער אלטער רבי מקדים מיט די מעשה פון דער ינוקא וואס ווערט געבראכט אין זוהר, וואס האט געזאגט, אז עס שטייט ”חכם עיניו בראש”, און איז דאס מבאר, אז דער גוף פון א מענשן איז ווי א נר, און אויף זיין קאפ איז דא א פייער, וואס דער פייער איז די שכינה, און די פייער – שכינה דארף שמן, און די שמן איז מצוות.
אויף דעם פרעגט דער אלטער רבי לכאורה דער מענטש האט א נשמה, א חלק אלוקה ממעל ממש, פארוואס איז זי נישט די שמן פאר די שכינה?
אויף דעם ענפערט דער אלטער רבי, אמת טאקע אז די נשמה איז א חלק אלוקה אבער פונדעסטוועגן איז זי נישט אינגאנצן בטול, ווייל כאטש אפילו זי האט אהבה צו ה’ אבער פונדעסטוועגן איז דא א ”יש מי שאוהב”, א מציאות וואס האט די אהבה, משא”כ מצוות זיינען נאר די רצון פון ה’ און זיינען אינגאנצן בטול.
דורך דעם ענפערט דער אלטער רבי די שאלה ”למה ירדו נשמותיהם למטה”?!
אמת טאקע אז די בינוני האט תאוות פאר דברים בלתי רצויים, און זיין נשמה איז אין קליפה, אבער וואס איז דער עיקר? מעשה און זיין מעשה איז כדבעי, ואדרבא זיין מעשה איז אפי’ בעסער ווי די צדיק’ס מעשה, ווייל א צדיק דאס וואס ער דאווענט און לערנט און טוט מצוות איז ווייל דאס איז זיין טבע ער האט ליב לערנען וכו’, איז קען זיין אז וועהן ער טוט עס לאו דוקא ער טראכט וועגן דער אויבערשטער, משא”כ ביי די בינוני מצד טבעו וויל ער נישט דאווענען, וויל נישט לערנען, וויל נישט טאן מצוות, נאר ער טוט עס סיי ווי סיי איז עס נאר פאר די אויבערשטער און פאר נישט קיין אנדערע סיבה, ובמילא די עבודה פון דער בינוני איז נישט לריק.

– עד כאן ביאור הנ”ל –

דער שאלה הנ”ל פון די אלטער רבי קוקט אויס בהשקפה ראשונה אז צו אונזער דור האט עס קיין שייכות ניט, אבער באמת האט עס אלעס צו טאן, ספעציעל ביי יונגע בחורים, און ”בדידי הוה עובדא”, איך קוק נישט אויס ווי די סאמע מערסטע חסידישע בחור, און איך ווייס אז ס’איז דא אסאך צייטן וואס איך קוק ארום אויף אנדערע בחורים וואס זיינען מער חסידיש ווי מיר וואס דאווענען מיט א חיות, לערנען כל הזמן וכו’ און איך טראכט, איך מיט אלע מיינע ענינים איך ארבעט און ארבעט און עס גייט נישט און איך פרעג זיך אליין פארוואס די גאנצע עבודה אויב עס גייט נישט, ממש אין די זעלבע ווערטער פון די אלטער רבי! ”למה ירדה נשמתי למטה ליגע לריק!”.

און עס האט געבאדערט מיר אסאך ווייל איך ארבעט שווער, זייער שווער, צו ווערן אזוי ווי יענע בחורים און עס גייט נישט, און איך טראכט אפשר בין איך נישט א חסידישער בחור אפשר וועל איך קיינמאל נישט זיין אזוי.
ביז איך האב געלערנט פרק ל”ה און עס איז געווען ”כמים קרים על נפש עייפה” ממש, עס האט ממש געביטן מיין לעבן, און איך מיין עס מיט אן אמת, איך האב זיך געגעבן צו פארשטיין אז די אלע בחורים וואס לערנען די גאנצע טאג וכו’ זיי זיינען אזוי ווייל דאס איז זייער טבע, זיי ווייסן נישט וואס עס מיינט תאוות הלבושים וכו’ זיי ווייסן נישט די נסיונות פון וועלט זיי האבן ליב צו לערנען ווייל דאס איז זייער טבע און אויב זיי וואלטן געווען אין ”יוניווערסטי” וואלטן זיי אויכעט געלערנט גוט.
אבער איך, איך ווייס וועגן די אלע תאוות און די אלע נסיונות און מצד טבעי וויל איך נישט לערנען וכו’ ובמילא וועהן איך לערן איך צוברעכט מיין טבע, און ווי דער אלטער רבי זאגט אין פרק ט”ו אז ווער איז פארעכנט אן עובד ה’ דער וואס לערנט מאה ואחת פעמים ווייל דאס איז ”היתרה על הרגילות שהורגל מנעוריו” ער בייט זיין טבע, און פארוואס טוט ער דאס, נאר פאר די אויבערשטער און דאס איז דער תכלית.
קומט אויס אז יענער בחור וואס קוקט אויס נישט חסידיש ווי די אלע חסידישער בחורים ארבעט שווערער ווי די אלע בחורים און דאס האט מיר ממש געביטן ווער פרעגט דיר צו ווערן די גרעסטע חסידישער בחור, וואס דו טוסט איז פיין און גרעסער און בעסער ווי זיי, ווייל דו ווייסט די אלע ענינים און פונדעסטוועגן דו טוסט וואס דו דארפסט יתר מן ההרגל.
און די בחורים וואס וויסן נישט דער ענין און זיי פרובירן צו ווערן ווי די אנדרע בחורים עס איז איין גרויסע שפיל, איך ווייס ווייל איך האב דאס געטאן און עס נעמט דעם גאנצן לעבן ווייל פריער וואס מען טוט יעדער זאך דארף מען טראכטן איז דאס וואס א ”חסידישער בחור” טוט און מען טראכט ניט פאר זיך אליין און מען לעבט ניט פאר זיך אליין איך קען נישט טאן וואס איך וויל.
און איך ווייס אז דער ענין איז אין אסאך ישיבות און ביי אסאך בחורים און עס קען בריינגען צו דברים בלתי רצויים עצבות וואס קען בריינגען צו אראפוואפן אלץ ח”ו, און ספעציעל אז דער ענין איז זייער ווייניג גערעדט וועגן, דערפאר האב איך גענומען די צייט און די עבודה צו דאס מבאר זיין ווי איך האב דאס איבערגעלעבט און וואס משפיעים האבן מיר געזאגט וועגן דעם און איך וויל אז משפיעים וכל בעלי השפעה זאלן רעדן וועגן דעם און הגם אז מי אני ומה אני, נאר ווייל איך ווייס ”ערשטע האנט” וויפל עס קען אראפוואפן א מענטש.
און באמת איז עס נישט נאר נוגע צו יונגע בחורים נאר אויך צו עלטערע וואס אלעמאל טראכטן עס איז דא ענינים וואס איך קען נישט טאן ווייל דאס איז נאר פאר די ”חסידישע מענטשן” ווייל איך האב די נישט גוטע ענין, און יענער נישט גוטע ענין, קומט די אלטע רבי אין פרק ל”ה און זאגט ניין! אפי’ דיר און אדרבא, דוקא דיר דארפסט דאס טאן ווייל וועהן דו טוסט דאס,דו טוסט עס נישט פאר זיך אליין, ווייל דו מצד זיין טבע וואלסט עס נישט געטאן, דו טוסט עס נאר פאר דער אויבערשטער, אדער דער רבי, וכו’